Commons:ערשטע טריט
וואס איז וויקימעדיע קאמאנס?
מיט צענדליגע מיליאנען פון טעקעס, וויקימעדיע קאמאנס איז אינס פון די גרעסטע אונליין ריפאזעטאריעס פון מידיע טעקעס. געבויט אויף די ארבעט פון טויזענטע ביישטייער, שטעלט קאמאנס צו עדיוקעישענל בילדער, ווידעאס, און אדיאו טעקעס וועלכע ווערן געניצט דורך וויקיפעדיע און די אנדערע פראיעקטן פונ'ם וויקיפעדיע פאונדעישן. אלע ווערקן וועלכע געפונען זיך אויף קאמאנס זיינען אונטער א “פרייע ליסענס.” ד. ה. אז זיי מעגן גענוצט ווערן דורך סיי וועם, אומזינסט, בלויז דורך אויספאלגן די ליסענס געזעצן – געווענליך דורך געבן קרעדיט צום פארפאסער און פרעסערווירן דעם ליסענס אזוי אז אנדערע זאלן עס אויך קענען שעירן.
פארוואס צו ביישטייערן פאר וויקימעדיע קאמאנס?
שטעלט אייך פאר א וועלט וואו יעדער איינציגער מיטגליד פון מענטשליכע ראסע קען פרייערהייט שעירן אינ'ם סומע פון אלע וויסנשאפטן. אייער ביישטייערונגען א טייל זיין פון דעם. ווען איר שעירט אייערע פאטאס און אנדערע טעקעס אויף קאמאנס און איר טוט דערמיט אילוסטרירן וויקיפעדיע ארטיקלען, קען אייער ווערק געזען ווערן דורך טויזענטע - אפילו הונדערטע טויזענטע - מענטשן איבער דער וועלט. און איר העלפט אויפצובויען א קאמאן ריסאורס וועלכע דערגרייכט נאך א גרעסערער עולם; מידיע פון קאמאנס ווארט גענוצט דורך עדיוקעישענל וועבזייטלעך, נייעס מידיע, בלאגערס, קונסטלער, פילם פראדעצירער, סטודענטן, לערער, און פול אנדערע.